Sunday, October 19

Song Rubashkin

 07/01/2018, 01:55:27: M.Taub: Lyrics to the song

דארט אין אטאסוויל
מען הערט נישט קיין טריל
דעם גאנצן געגנט ארום אזוי שטיל
דער איד האפט און גארט
אויף די ישועה ער ווארט
אונטער די גראטעס פון תפיסה פארשפארט
א בלבול אויסגעטראכט
זיין גורל שנעל געמאכט
אויף יארן לאנג אין תפיסה געבראכט
דאס הארץ עס צוגייט
וואס איז דער באדייט
דער איד ר' שלום מרדכי געבינדן אין קייט
ער שטארקט און ער טרייסט מיט דעם א-ב-ג
ס'איז דא אזא גרויסע באשעפער אין הימל
אמונה בטחון ווען גאר שווער אפילו
נאר אין דעם זכות וועט אויך זיין די גאולה
פיל אידן עס הערן און ווערן נתפעל
ווי קען ער מיט שמחה אנגיין אלעמאל
ר' שלום מרדכי בלייבט שטארק און פרייליך אזוי
ווייל ער ווייסט אז הצור תמים פעלו
עס גיסן זיך טרערן פון אידן איבעראל
דורכגעווייקטע תפילות פון כלל ישראל
קבלות מען נעמט אויף זיך טאקע געוויס
פאר ר' שלום מרדכי זאל זיין א זכות
מצוות מען טוט מיט חשק באגלייט
ר' שלום מרדכי זאל ווערן באפרייט
בריוון פון טרייסט מען שיקט אים פון איבער די וועלט
מיט שמחה און פרייד איז ער זיך מחזק און קוועלט
איך בין נישט פארצווייפלט איך בין נישט אין קלעם
ישרים דרכי ד'
עס ווערט געפירט מיט א חשבון גענוי
מיר ווייסן אין עוד מלבדו
א יאר נאך א יאר עס לויפן פארביי
ר' שלום מרדכי איז נאך נישט אויף דער פריי
הנה לא ינום ער געבט נישט קיין דרימל
אידן פארגעסט נישט דעם א-ב-ג
דער באשעפער איז נאנט
נאך תפילות ער מאנט
די ישועה עס קומט שוין אני מאמין
הוא בורא ומנהיג איך גלייב שטארק דערין
ישועת ד' כהרף עין
קלאפן פויקן שפילן זשומבלעס, עס פרייען זיך אלע מיט
רובאשקין
די שמחה איז עד בלי די
מען קומט צולויפן פון אלע קרייזן, מען קען נישט גלייבן אז מען זעהט
רובאשקין
ער איז שוין טאקע ארויס אויף דער פריי
מענטשן טאנצן אין די גאסן , פאראייניגט אלע אידן האט
רובאשקין
א חיזוק און חיות יעדע איד באגלייט
מיט אמונה פשוטה דורכגעמאכט, אלע שווערע צייטן האט
רובאשקין
אין דעם זכות געווארן יעצט באפרייט
שמע ישראל ד' אלוקינו, א ליבשאפט צום באשעפער האט
רובאשקין
זיין התרגשות און פרייד איז דאך אן א סוף
איך דאנק אייך אלע אידן, וואס איר האט געטוהן פאר מיר זאגט
רובאשקין
איך האב פאר אייך הכרת הטוב
טייערע אידן אין אלע אומשטענדן געדענקען אלעמאל
מיט אמונה און בטחון בלייבן שטארק קוומט די ישועה אויפאמאל
נישטא קיין זאך וואס קען אפשרעקן דעם ערליכן איד
אז ער גייט נאר אין ג-ט'ס וועגן גייט ג-ט מיט אים און ער היט!!

No comments: