Blog Up

Tuesday, April 21

געבן א קוויטל

מ'דערציילט אויפן רבי'ן זי"ע אז קורץ נאכן קריג איידער ער האט פארלאזט
א"י אויפן וועג קיין אמעריקא האט הגריא"ז מרגליות זצ"ל אים פארבעטן צו
בלייבן אין א"י און געפרעגט צו וועמען זאלן מיר גיין געבן א קוויטל, האט
ער געענטפערט מ'זאל גיין אין ביהמ"ד זוכן א בחור וואס ציט ארויף די ארבעל
און מ'זעט די נומערן אויפן ארעם און אויף
דעם האנט לייגט תפילין אזא איינעם קען מען געבן א קוויטל

אני הקטן זאג אז ווען דער רבי זי"ע וואלט געלעבט היינטיגע צייטען
וואלט ער זיך מיט אונז אינגאנצען נישט געוואלט בייטען
ווען מ'זעהט ווי יונגעלייט זענען צוגעבינדען מיט קייטען
וואס מ'קען נישט פיעלען פון אללע זייטען

מענטשען קומען אריין אין שוהל צו דאווענען צום באשעפער
זיי ווילען עפעס זאגען, א ביססל טראכטען פון זאכען וואס זענען העכער
אבער וואס זאל מען טוהן ווען די תפלות זענען ליידער פוהל מיט לעכער
ס'לאזט זיך נישט אויפ'ן מחשבה ווייל דער מח איבערפליסט ווי א פול בעכער

פון אלע זייטען הערט זיך צוזינגען דער סעל, וכלים מכלים שונים
אזוי ווי א באוואקסענע פעלד, וואס איז כולו עלה קמשונים
וואו מ'קוקט און ווי נאר מ'דרייט זיך שטייט איינער כלם עונים
ב"איי" "מה" מאכען זיי מיט די מאהל אקעגען רצון קונם

דער רבי זי"ע וואלט אונז אנגעוויזען מיט די גוטע עצה
ער וואלט אונז געשיקט צו דער בחור מיט'ן געבויגענע פלייצע
יא יא, דער וואס לויפט נישט נאך דער עצת היצר
ער פיהרט דעם געשעפט - ער האלט דער לייטצע

דער רבי זי"ע וואלט געזאגט, הערט מיר אויס א ביסל
"ווילסטו וויסען וועמען צו געבען א קוויטל?"
גייט אריין אין בית מדרש און קוק נישט אויף דעם היטל
זוך אויף דעם בחור וואס צום סעל באציעט ער זיך מיט ביטול

קוק ווער ס'האט נישט קיין נומערען אין זיין האנט
נאר ער שטייט און דאווענט מיט זיין פנים צו וואנט
אויב ער איז דיר אינגאנצען נישט באקאנט
איז עס ווייל דו ביסט ליידער נאר מיט'ן וואצאפ גרופ פארוואנט

יעצט איז דער ריכטיגע צייט זיך צו נעמען פסח'דיג מאכען
קום נישט צום גרייטן סדר טיש קידוש מאכען
פאר דו האסט גוט געטראכט ווער ס'גייט צום סוף לאכען
א בחור וואס האט קיין סעלל אדער איינער וואס ביי איהם איז יום טוב אויך וואכען

החותם בצער, בתקוה ובאהבה, 
Post a Comment