בס"ד
ז"ך רם חשוון תשמ"ו לפ"ק
– מוצאי שבת קודש פרשת חיי שרה
ביקור כ"ק רבינו רבי יעקב מפשעווארסק
זיעועכי"א אצל המרא דאתרא דלונדון הרה"ג מוה"ר חנוך דב - רבי העניך
פדווא זצ"ל
רבינו שליט"א: לויט ווי איך האב געהערט
פון א דוקלא'ער איד זעהט אויס אז משיח וועט קומען קיין אמעריקא. [צחוק גדול] דא וועט
ער טרעפן משולחים [צחוק גדול].
עס איז געווען א איד אין אמעריקא, א איד
פון דוקלא איז ער געווען אין אמעריקא, יעך געדענק עם נאך פון דוקלא, תרפ"א איך
האב געלערנט ביי ר' טובי'ה דוקלא'ער, און איך בין געקומען דא יעצט קיין אמעריקא תש"ט,
הער איך שמוע'סן פונעם רויט'ן שמעון, און דעם נאמען האב איך געהערט אין דוקלא עם רופן
אויכ'ט, שוין, האב איך געשמוע'סט מיט עם א האלבע שעה צו מער, און דער זשמיגעדע רב האט
אוועק געגעבן לעצטנ'ס דעם רבנות פאר'ן זון און ער האט געוואוינט א יאהר צוויי אין קראקא,
(רבינו: וואס איז איך זאל גיין?
א: ניין ח"ו ער האט דעם זייד'ן קלאפט
ער אביסל.
א:קלאפ נישט.
רבינו: (בצחוק) דא די פאליציי לאזן נישט
קלאפן.
רב פדווא: די ענגלישע פאליציי האבן דרך
ארץ פאר א רבי'שע אייניקעל. (צחוק).
דער רויטע שמעון האט מען עם גערופן, האט
ער מיר פארציילט דאס, ווען ער איז געווען ביים זשמיגראד'ער, דער זשמיגראד'ער האט געוואוינט
א צוויי-דריי יאהר אין קראקא, אין איסט-סייד (פארוואס זאג איך קראקא) דארטן איז דא
א געגענט וואס הייסט איסט-סייד, האט ער געזאגט אזוי.
אז דער צאנז'ער רב פאר קידוש האט אמאהל
אויסגערעכנט די גלות'ן וואס אידן האבן געהאט, גלות בבל, נאכדעם שפאניע, פארטוגאל, אויסגערעכנט
די אלע זאכן, ביז אמעריקא האט ער גערעכנט.
האט אויסגעוויזן אז ס'הייסט, אז דא וועט
זיין די לעצטע גלות אין אמעריקא, און משיח וועט קומען הייסט עס ווי וועט ער קומען?
צו די אידען אין אמעריקא. איז די וואס האבן
אמעריקאנע וויזעס... [צחוק גדול] גוט.
רב פדווא: וועט ער גיין פון ארץ ישראל קיין
אמעריקא.
רבינו: אהא
רב פדווא: וועט ער גיין אויפען וועג דורך
לונדון. [צחוק גדול]
רבינו: דער צאנז'ער רב האט פאר קידוש גערעכנט
די גלות'ן און ער האט גערעכנט ביז אמעריקא. הייסט דאס פשט, טאמער קענט איהר ברענגן
משיח'ן אהער בין איך מסכים.
רב פדווא:
דער שינאוו'ער רב האט אויך געהאלטן פון אמעריקא.
רבינו: און דער גארליצער רב האט אויך געהאלטן,
און ר' יהושע'לע דזיקאוו'ער אויכעט. דאס איז אלץ געווען מן השמים, ווען מען טוהט עס
הלכה למעשה, וואלט מען ווען געראטעוועט געווארן מער אידען.
No comments:
Post a Comment