איך וויל ארומשיקן אין דער בתי מדרשים בערך
אזא צעטעל פון איין זייט, און פון די אנדערע זייט זאל זיין דער קול קורא פון הגר"ש
וואזנער שליט"א וועגן אריינלייגן די מאביל jammer אין די בתי מדרשים, איך מיין אז אזוי וועט ווערן
א אויפוואכונג אויף דעם.
וואס איז א מאביל jammer?
סאיז נישט קיין סוד אז הגם א מאביל איז
זייער נוצליך, אבער פון דער אנדערע זייט טוט דאס שטערן דער מנוחה פון אלע ארומיגע,
דעפאר זענען די עקספערטן אויפגעקומען אויף א סארט אפאראט וואס קען אפהאקן דער 'רעסעפטשן'
פון יעדע ארומיגע מאביל וואס איז נאנט צו דעם אפראט. ד.מ. אז דער אריינרופער ווערט
גלייך 'דייווערטעט' צו לאזן א מעסדזש.
ווי אזוי ארבעט דאס?
ווי באקאנט איז א מאביל פארבינדן מיט א
'בעס' סטאנציע דורך דעם וואס זי שיקט סיגנאלן צום און פון דער 'בעס', אזוי שטייט דער
מאביל מיט א כסדר'יגע קאנטקאט אמאל מיט איין בעס, און אמאל מיט א אנדערע בעס, ווענד
זיך לויט דער געגענטער. דער סארט סיגנאלן בכלל זענען פארשידענארטיג, עס איז דא פון
זיי אסאך סארטן סיגנאלן וועלכע ווערט געציילט לויט וויפיל mghtz פער סעקונדע. (למשל GSM (דאס
אויף וואס רוב מאבליס פון דער וועלט ארבעט) שיקט 900 MGHTZ פער סעקונדע). יעצט דאזיגע אפאראט שיקט אויך ארויס אט די זעלבע
סארט סיגנאלן פון א מאביל נאר שטערקער, אזוי ארום זענען אירע סיגנאלן זיך מתגבר אויף
די סיגנאלן פונעם 'בעס' סטאנציע, אזוי טוט דאס שטערן דער מאביל סיגנאלן פון זיך פארבינדן
צום 'בעס', און דער מאביל ווערט אין א סיטאציע דער זעלבע ווי אויף דעם פלאטץ וואלט
נישט געווען קיין 'נעטווערק'.
וויאזוי קען מען צוריק באקומען רעסעפשען?
יעדער מאביל jammer טוט נאר ארבייטן
אויף א געוויסע מרחק, קליינע ארבעט אויף 5 מעטער צירקל, שטערקער ארבייט אויף 30 מעטער,
און גאר שטארקער [וועלכע ווערט נאר באנוצט פאר מיליטערישע אפעראציעס] קען אפשטעלן דאס
מאביל און א שטח פון א גאנצע סקווער מייל! מער סעפיסטעקירטע קען מען קאנטלירן די שטארקייט
אויף ווי ווייט דאס זאל אפהאקן, (עס סענען דא צו דעם א 'רימויט קאנטראל' דאס צו אנשטעלן).
ווי נאר דער מאביל גייט ארויס פונעם ..... שטח באקומט זי תיכף צוריק איר סיגנאלן, און
קען ווייטער פונקצאנירן ווי געהעריג.
האקט דאס אפ הצלה [אדער אנדערע סארט] רעדיוס?
ווי דערמאנט ארבעט דאס אויף די זעלבע סיגנאלן
ווי א מאביל, אבער היות די הצלה רעדיא ארבעט אויף אנדערע סיגנאלן (uhf, נישט gsm), טוט דאס נישט לגמרי
שטערן אנדערע וויכטיגע פארבינדיגן.
צי ווערט דער מאביל אפגעהאקט פאר 24 שעה
א טאג?
דער אפראט קען זיין אנגעשטעלט מיט א טיימער
פונקט ווי יעדער עלקטעראנישע זאך, אזוי קען מען דאס אויסשטעלן אז דאס זאל נאר ארבייטן
אין די שעות פונעם דאווענען.
איז דאס לעגאל?
דער געזעץ שרייבט אז כאטש מען קען דאס נוצן
און פלעצער וועלכע מען וויל נישט מאבילס זאלן ארבייטן, (לייבעריעס, שולעס, רעסטעראנטן
וכדומה) דאך היות דאזיגע כלים קענען אויך ארויס גיין אויסער די ווענט פון דעם בנין
און דארט שטערן דעם מאביל באנוץ איז דאס פארבאטן. ד.מ. אז א מענטש האט די פולע רעכט
אין זיין פריוואטע וואויניג נישט לאזן מאבילס ארבייטן, אבער נישט אין אנדערע פלעצער
וועלכע באלאנגט פאר'ן ציבור. דעפאר מעג א מענטש בויען א הויז -און נאכפאלגן געוויסע
אנוואזונגען - וואס זאל נישט אדורך לאזן קיין שום מאביל סיגנאלן. אזוי איז טאקע ביי
די פאספורט קאנטרל און קאסטומס, און ביי דרייווינג טעסטס אז קיין מאבילס ארבעט נישט
דארט, זיי געבן אן דער סיבה איז אז דאס איז אזוי געבויעט א ס'זאל נישט דורך לאזן קיין
סיגנאלן. פוו די אנדערע זייט פארשטייט זיך אז קיין שום סיגנאלן ארבעט נישט אין אזא
בנין. אויב ווידער קען מען אנשטעלן אבער אן מאביל jammrer
עס זאל בלויז ארבעטען אין דעם בנין אליין,
נישט אינדרויסן, איז דאס נישט קיין געזעץ פארלעצונג.
קען דאס זיין א סכנה?
----------
Forwarded message ----------
From: menasche
scharf
Date:
2009-11-07 22:37 GMT+00:00
Subject: Re:
Mikdoshai Teroee
ביטע פאר דו ביזט מפרסם דאס צעטיל מאך זיכער
אז דער ציבור וועט קענען פארשטיין די אללע נייע ווערטער, אויך אז ס'זאל נישט פארקומען
קיין איינציגע שרייב-פעהלער אזוי אז מ'זאל נישט קענען טענה'ן אז מ'פארשטייט נישט דאס
אינהאלט פון דעם בריעוועלע
צ.ב.ש. ווען דו שרייבסט ענגלישע ווערטער
אין יידישע אותיות, מאך זיכער אז די ווערטער זאללען זיין געדריקט אין ענגליש אונטער
די בריעף, מיט א שטערנדל אנצווייזען וועלכע ווארט מ'מיינט
אפשר וואלט אויך געווען כדאי צו רעדען מיט
די גבאים פון די צעהן גרעסטע שטיבלעך, און פועל'ן ביי זיי צו לאזען אריינלייגען דאס
מאשינדל און גלייכצייטיק אויפהענגען דעם בריעף
בהצלחה
מנשה
First published on 21 July 2014,
on Jewish P.O.S.T. - the Jewish Voice for the People Of South Tottenham (now
defunct).
No comments:
Post a Comment