מזל טוב!
א גרויסע שמחה הערשט ביי משפחת ברייער פון וויליאמסבורג, עס איז איז זיי געבוירן געווארן א מיידעלע בעיבי, די נאמען האט מען געדארפט געבן די קומעדיגע שבת פרשת בראשית,
ר' מענדל ברייער האט זיך איבערגערעדט מיט זיין אשת חיל און אויסגעשמועסט וועלכע נאמען צו געבן פאר דאס ניי געבוירן קינד, און עס איז געבליבן אז מען וועט איהר א נאמען געבן 'מרים יהודית' נאך מרת ברייער'ס חשובער עלטער באבע.
ביים ליינען שבת אינדערפריה האט מען אויסגערופן ר' מענדל צו חמישי, און נאכן עולה זיין האט דער רב פון די שול געמאכט דעם מי שברך און געזאגט הויך אז יעדער זאל קענען הערן 'ויקרא שמו בישראל'...?
און ער וואַרט אז ר' מענדל זאל אים אריינברומען אין אויער די נאמען וואס ער וויל געבן, אבער דא האט עפעס מאדנע פאסירט, ר' מענדל איז געבליבן שטיל עס איז אים פשוט ארויס פון קאפ די נאמען, ער געדענקט נאר איין נאמען 'מרים' אבער ער קען זיך בשום אופן נישט דערמאנען די אנדערע נאמען, דער רב זאגט נָא? דער גבאי איז אויך געווארן אביסל אומגעדולדיג און ער שרייט נו? זאג שוין די נאמען! פארוואס האלטסו אויף דעם עולם?, אבער ר' מענדל שטייט דארט אביסלע פארשעמט און ער פראבירט זיך צו דערמאנען דאס נאמען אבער עס איז אים ווי ארויס געפלויגן פון קאפ, ער איז געווארן פארלוירן און זעהנדיג אז דער מענטשען פון שול קוקן אים אן מיט מאדנער בליקן רופט ער זיך אן אזוי שטייטערהייט מרייייייים! אבער די אנדערע נאמען האט ער זיך נישט געקענט דערמאנען.
ר' מענדל איז געווען אויסער זיך, און ער האט זיך אויפגעגעסן דאס געזונט, אין זיין מח האט ער געהאלטן אין איין טראכטן: וואס איז פלוצלינג געשעהן מיט אים? וויאזוי ער האט געקענט זיין אזא שלימזל און פארגעסן די נאמען? נאכן דאווענען איז פארגעקומען א שיינע קידוש און אלע זענען געקומען ווינטשן מזל טוב און זיך מיטפרייען מיט די שמחה.
נאכן קידוש איז ר' מענדל אהיים געגאנגען און אנגעווינטשען פאר זיין פרוי 'מזל טוב' און אז דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן דערלעבן אסאך אידיש נחת, און אט הערט ר' מענדל ווי זיין פרוי האלט דאס קליינע בעבי און זי רופט איהר 'מרים יהודית', פאר ר' מענדל איז שלעכט געווארן ער האט געוואוסט אז זיין פרוי וועט זיין אויס מענטש ווען זי וועט הערן אז ער האט פארגעסן די נאמען, און מיט א פארשעמטע פנים און א שטילער טאהן רופט ער זיך אן צו זיין אידענע: אנטשולדיגט אבער... עם... עם... איך האב פארגעסן די צווייטע נאמען און נאר געגעבן דאס קינד א נאמען מרים!
זיין פרוי האט נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן, זי האט נישט פארשטאנען וויאזוי מען קען פארגעסן א נאמען וואס מען האט קלאר אויסגעשמועסט צוזאמען, זי האט אים געגעבן א לאנגע מי שברך... ר' מענדל איז געווען א גרויסער מאמין און ער האט איהר גענטפערט: איך בין זיכער אז אלעס איז מיט א חשבון, און אזוי איז געווען באשערט פון הימל! זיין פרוי האט זיך אבער נישט געקענט בארואיגן, און עס האט איהר גענומען א גוטע פאר וואכן ביז זי איז געקומען צו זיך פון דעם טעות.
יארן זענען אדרוכגעלאפן און מרים איז אויסגעוואקסן א ערליכער וואוילער מיידל, און ווען זי איז געווארן ניינצן יאר אלט איז זי בשעה טובה געווארן א כלה מיט גאר א חשובער בחור, מיט וועם זי האט אויפגעשטעלט א שיינעם שטוב, זי האט געהאט עטליכע קינדער און געפירט א הערליכע משפחה און געזעהן אסאך נחת פון זיי, ווען איהר עלטסטע זוהן 'משה יוסף' איז געווארן אכצן יאר האט מען אים אנגעטראגן עטליכע גוטע שידוכים און איינע פון די שידוכים וואס מען האט אנגעטראגן איז געווען זייער א גוטע זאך וואס האט זיי שטארק געצויגן, מרים האט זיך נאכגעפרעגט וויאזוי דאס מיידל הייסט און ווען זי האט געהערט אז די מיידל הייסט מרים פישער האט זי גלייך געזאגט פאר די שדכן: איך וואלט זייער שטארק געוואלט טוהן דעם שידוך אבער וואס קען איך טוהן איך הייס אויך מרים און דערפאר איז נישט שייך פאר אונז צו טוהן דעם שידוך.
מען האט אנגעטראגן פאר דעם בחור אנדערע שידוכים אבער דערווייל האט מרים אלעס אוועק געמאכט, און זי האט אייביג געטראכט פון די מרים פישער וואס מען האט איהר אנגעטראגן אז הלוואי קען יענס ווערן, זי האט געזאגט פאר די שדכנים: איך דארף איינער ווי יענע מרים און אזא פאמיליע ווי דער פישער'ס.
אפאר וואכן זענען אריבער און דער שדכן רופט צוריק און זאגט אז עס איז דא גוטע נייעס דער פישער משפחה איז זייער אינטערסירט אין זייער זוהן משה יוסף און דער מיידל האט צוויי נעמען זי הייסט 'מרים יהודית' און זיי זענען גרייט איהר צו רופן מרים יהודית אדער נאר יהודית! זיי זענען אריבער געגאנגען פרעגן א שאלה פון א רב און פארציילט די מעשה און דער רב האט גע'פסק'נט אז וויבאלד מען וועט איהר רופן אנדערש קען מען טוהן דעם שידוך.
מען האט בשעה טוב ומצלחת געשלאסן די שידוך און ביים תנאים האט דער זיידע ר' מענדל ברייער אריינשפאצירט און נאכן הערן וויאזוי דער כלה הייסט און די גאנצע מעשה מיט די נעמען האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן נאר צוגעגאנגען צו די מחיצה און צוגערופן זיין פרוי און רופט זיך אן: יעצט זעהסטו שוין אז אלעס האט א חשבון פון הימל?... ער האט פארגעסן די נאמען 47 יאר פריער אז זיין איינקל זאל קענען טוהן דעם שידוך.
No comments:
Post a Comment