Sunday, May 24

טייערע ברודער, אחים לדעה, אחים לדרך

 טייערע ברודער, אחים לדעה, אחים לדרך.

מיר זענען אלע ברודער וואס פארשטייען זיך די זעלבע שפראך, מיר רעדן אלע די זעלבע שפראך וואס ווייניג מענטשן פארשטייען, מיר שפירן די הרגשים וואס ווייניג מענטשן שפירן, און דעריבער זענען מיר אויפן זעלבן שיף ; לאמיר רעדן צווישן זיך:
אנחנו בדך נחנו ה', מיר זענען אלע אויף די וועג וואס די השגחה עליונה האט אונז געשיקט אז מיר האבן מקיים געווען די בדיעבד'דיגע מצוה פון "וכתב לה ספר כריתות", און דערמיט אלע מיטמאכענישן, קווענקלענישן און זוכענישן וואס מיר ברודער גייען דורך.
אין אן אינערליכן בלעטל פעלט נישט אויס צו אויסשמועסן די געפילן און מחשבות וואס אלע פון אונז שפירן און טראכטן, מיר אלע פארשטייען מיט ווייניגער ווי א ווינק די בענקשאפט, די צער, די פחדים פון סטיגמא, די בענקשאפט צו די קינדער און די ענדלאזע מחשבות וויאזוי די קינדער קוקן אונז אן און וואספארא השפעה מיר האבן אויף זייער לעבן, די פחדים און האפנונג פאר א גאלדענעם, אבער אומזיכערן, צוקונפט און אזוי ווייטער.
די בעסטע אויספרובירטע עצה דורכצוגיין שוועריגקייטן איז סיי על פי תורה, און להבדיל על פי חוקי תורת הנפש, צו זיך צוזאמעננעמען אחים לדעה, מענטשן אין די זעלבע סיטואציע, מענטשן וואס רעדן די זעלבע קאוד שפראך, און זיך צוזאמען מחזק ומעודד זיין, מתייעץ זיין און אויסשמועסן. 
"דאגה בלב איש ישיחנה– י"א יסיחנה מדעתו, וי"א ישיחנה לאחרים" מיר אלע האבן שוין פרובירט אליין צו האלטן שטארק,  יעדן מענטש'ס נאטורליכע גאווה און שטאלץ וויל אים מייעץ זיין "די קענסטו אליין..." דיין סיטואציע איז אנדערש.... אבער צווישן אונז גערעדט: עס איז נישט לייכט, מען קען נישט מסיח דעת זיין פון קינדער, פון א עבר, מיט אירע זיסע און זויערע חלקים, פון א אומקלארע פארנעפלטע עתיד.. אלזא, לאמיר זיך צוזאמעננעמען און מקיים זיין "ישיחנה לאחרים" אויסשמועסן אונזער מצב.
א מענטש וואס איז אין א טונקעלע צימער, און ער הערט א פארדעכטיגטע גערויש, און דאן זעהט ער אן אביעקט זיך רוקן, פאלט אריין אין א פאניק ; אבער ווען ער צינדט אן די לעקטער זעהט ער אז די בענקל האט זיך פשוט גערוקט, און די גערודער איז נאר א פירהאנג וואס האט זיך געוויגט, די דמיון איז פשוט געווען פאלש!
מיר אלע גייען דורך מחשבות, שוועריגקייטן און געפילן, אבער זייער אסאך פון זיי איז נאר בלויז ווייל מיר זענען אין די פינסטער! אז אלע ברודער, אחים לצרה אחים לדעה, קומען זיך צוזאמען עפענט זיך די לעקטער און מען זעהט וואס איז א רירנדע אביעקט און וואס איז א פירהאנג!
יעדער איינער פון אונז האט אן אייגענארטיגע מצב, א עקסטערע לעבן, אנדערע אומשטענדן, אבער אלע פון אונז האבן ענדליכע דורכגענג און מחשבות וואס פאראייניגן אונז, לאמיר אלזא זיך צוזאמעננעמען, זיך לערנען איינער פונעם אנדערן, זיך מחזק זיין איינער דעם אנדערן. פארוואס זאל איינער קעמפן די קאמף וואס איינער האט שוין געקעמפט פאר אים? פארוואס זאל איינעם נאגן די ספיקות וואס איינער האט שוין פושט געווען נאך הונדערטער שעות פארשן, גיין צו טעראפי אדער זיך איבערצייגן אויפן שווערן וועג? פארוואס זאל איינער האבן אומזיסטע פאביעס, ווען אסאך אחים לדעה וועלן אים באלד קענען אנצייגן וואס איז אמתע דאגה און וואס איז בלויז פאביע.
טייערע ברודער, אחים בדרך, מיר גייען אין א וועג, מיר שטייען נישט, מיר זוכן אונזער דעסטינאציע, מיר זוכן אונזער מזל, אונזער עתיד, די וועג איז אבער א שווערער, א בארג ארויף, לאמיר נישט קריכן דעם שווערן בארג אליין, לאמיר זיין אחים בדרך, צו גיין אינאיינעם, מיטטיילן מחשבות און געפילן, עצות און עידוד, און זיין ריכטיגע אחים בדרך!
רש"י זאגט אין פרשת שלח "גמירי, טונא דדרי אינש אכתפיה" אז אויב א מענטש הייבט אליין אויף א פעקל, קען ער בלויז שלעפן א דריטל די וואג, פון ווען איינער העלפט עס אים אנלאדענען!, טייערע ברודער, אויב מיר העלפן איינער דעם צווייטן מיטן פעקל, קענען מיר שלעפן דריי מאל אזויפיל, פיל לייכטער.
מיר עפענען די גרופע, די חבורה פון חברים מיטן נאמען "אחים בדרך" מיר זענען ברודער וואס גייען אויפן זעלבן וועג, מיר וועלן אויסטרעטן די וועג איינער פארן צווייטן, און מאכן די וועג די שענסטע און בעסטע וואס שייך.
און לאמיר קלאר-שטעלן : גרוש איז נישט קיין דעסטינאציע, עס איז א טראנזישאן. מיר זענען נישט פארצייכנט צו זיין אין אזא מצב, נאר מיר זענען יעצט אין אזא דורכגאנג, "בדרך" דאס ווערט אנגעצייכנט שוין אין די נאמען פון אונזער גרופע, און אונזער תכלית איז נישט צו פאראייביגן א סטיגמא, נאר פארקערט,  צו טרעפן דעם בעסטן וועג צו א פרישן עתיד.
אונזער גרופע וועט באשטיין פון יונגעלייט ממחננו, יונגעלייט וואס האבן באקומען א היימישע ערליכע חינוך און זוכן צו פירן א אידיש ערליך לעבן, יונגעלייט וואס זייער ציל איז א שידוך דורך א שדכן, און וואס זוכן צו בלייבן אין די חומות המחנה.
אונזער גרופע וועט קיינעם נישט דיקטירן וואס צו טון, פארקערט, מיר זענען א גרופע וואס איז געבויט פון יחידים, און וועט זיך פירן לויט ווי די חברים וועלן איר פירן.

אונזער גרופע וועט בע"ה העלפן אירע חברים:
  • באגעגעגענישן, פארברענגען, קומזיצן, שיעורים, שבתון'ס, אאו"ו.
  • הילף מיט שידוכים, שדכנים, און מאכן זיכער אז שדכנים פארגעסן אונז נישט.
  • א דאטאבעיס פון שידוכים. 
  • עצה אין אלע ענינים: ווי האנדלען מיט די געוועזענע, באהאנדלען די קינדער, שטיצן די בית ראשון, האנדלען מיט שידוכים, מיט שטיף קינדער און אלעס ארום.
  • חשובע רבנים, עסקנים, טעראפיסטן און לעגאלע מומחים וועלן אונז קלוגער מאכן מיט לעקציעס און הדרכה, סיי ברבים, און סיי ביחידות, אין אלע ענינים, על פי תורה, על פי חוק, און על פי תורת הנפש וואס איז אונז נוגע.
  • אין די שפעטערדיגע צוקונפט האפן מיר צו אויסברייטערן די גרופע אז די טייערע קינדערלעך, די קינדער ווי די שטוב האט זיך צוטיילט זאלן פארמאגן א חיזוק גרופע אונזער גרופע וועט ווערן געפירט דורך חברים וואס וועלן מנדב זיין זאכן, און יעדער וועט צוגעבן כפי מסת ידו וכשרונו. 
  • יעדע עצה, הצעה, קאנסטרוקטיווע קריטיק און פלאן ווערט אנגענומען בסבר פנים יפות.
  • בקרוב האפן מיר צו מעלדן א סיסטעם וויאזוי די חברים טרעפן זיך, און וויאזוי די חברים וועלן אליין אויסקלויבן א קאמיטע וואס זאל פירן די טאג-טעגליכע ווירטשאפט און פלענער פון די גרופע.
אלע אקטיוויטעטן ווערן געהאלטן אין געהיים, עס איז בלויז אונזער עסק, די עסק פון אחים, און ברודערליכע געשעפטן לופטערט מען נישט אויס אין מקוה..
און לאמיר בעטן און מתפלל זיין אז חפץ ה' בידנו יצליח, מיר זאלן אלע ארויסנעמען די מאקסימום, חזק, חזק ונתחזק!

Please email to bayisneeman@gmail.com

No comments: