Monday, April 25
את אחי אנכי מבקש
From:
Date: 2014-07-17 17:26 GMT+01:00 Subject: Can u pls send this to my Belz friends בע"ה
"את אחי אנכי מבקש"
ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד, די 'מכת העולם' - יונגלעך און בחורים וואס פאלן נעבעך אוועק פון זייערע עלטערנ'ס וועג. צו ס'איז א קרוב משפחה; א גוטע פריינד'ס א קינד; אדער א שכן.
געלויבט השי"ת - ס'זענען דא די עסקנים, וואס לאזן זיך אראפ צו זיי, זיי צו ווייזן און העלפן טרעפן די וועג צוריק.
די בראָך איז! אז דאס קען נישט ערלעדיגט ווערן בחינם - אין כסף. ס'פארלאנגט זיך גרויסע סומעס געלט, צו קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש צו ראטעווען אונזערע פארלוירענע קינדער.
טראכט אריין פאר א קורצע וויילע, ווי אזוי מיר פילן ווען אזא בחור'ל גארטלט זיך אן, נעמט די קוראזש און ער רופט אן זיין טאטע און מאמע, זיך בעטנדיג, "טאטי, כ'האב חרטה, כ'וויל צוריק קומען, העלף מיר." די הערצער פון די עלטערן ווערן דאך אויפגעלאכט, ענדליך הייבן זיי אן צו זעהן די ליכטיגקייט פון דעם סוף פון דער טונקעלע טונעל. זיי רופען אונז אן מלא שמחה, און זיי בעטן אונז צו העלפן זייער קינד, ס'האט זיך ב"ה געמאכט א געלעגנהייט, מען דארף עס כאפן ווילאנג דער רצון איז דא אבער, מיר האבן נישט קיין אנדערע ברירה, און מיר מוזן זיך אפזאגן פון צו העלפן. פארוואס? ווייל די קאסע איז לעהר. א יודישע נשמה 'גייט' פארלוירן ווערן און די טונקעלע וועלט, אין די סיבה דערצו איז - ס'איז נישטא קיין געלט! צו האט איר א מושג ווי אזוי מיר פילן? צו האט איר א מושג, ווי אזוי די צובראכענע עלטערן פילן? צו האבן מיר דען א מושג, ווי אזוי אזא קינד זעלבסט פילט, דא ער ראנגלט זיך מיט די שווערע אינערליכע כוואליעס פון זיינע געפילן ביים ברעג פון זיין ווילדע רוישיגע ים, ער זעהט ווי זיינע עלטערן שטייען אינדערזייט, און אנשטאט עם צו פראבירן צו ראטעווען, שאקלען מיט'ן קאפ ניין, מיר קענען די נישט העלפן - ס'איז נישטא קיין געלט? ס'פעלט א פאר פונט!
אונזערע עסקנים, געבן אוועק פון זייערע אייגענע געזונט! זיי געבן אוועק זייערע הארץ! זיי געבן אוועק שלאפלאזע נעכט! מיר בעטן נישט פון אייך זיך צובאטייליגן מיט די 'דאזיגע' אויסגאבעס. ניין! אבער מיט די הוצאה'ס, קענט איר ווערן א גלייכע שותף.
זונטאג פ' מסעי גייט איר קומען אין די מאסן, און העלפן ראטעווען די פארלוירענע נשמה'ס. ברענגט מיט אייערע פריינט, און זייט מחזק אונזערע עסקנים. מיט 'אייערע' הילף וועלן מיר בע"ה מער נישט אפזאגן אונזערע הילף פאר קיינעם, יעדער איינער האט א וועג צוריק. 'געלט' וועט מער נישט זיין קיין אפהאלט פון צו ראטעווען א יודישע נשמה.
א דאנק אייך וועלן די פארבלאנזשעטע קינדער צוריק קומען.
בזכות אייערע ברייטהארציגע שטיצע, זאלט איר נישט וויסן פון די צער וואס דאס קאסט אפ.
מיט ערע און שעצונג
אשר שפירא Osher Schapiro Son of the Naroler Rebbe Shleta. Director of Kol Bonaich - Helping Teens at Risk, Kids in Pain.
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
No comments:
Post a Comment