Tuesday, January 3

חנוכה מיט שידוכים - חלק א'

חנוכה...
שוין ווייטער חנוכה מסיבות וואו מען טרעפט זיך צוזאמען מיט משפחה און קרובים, מען פארברענגט אין א גוטע אטמאספערע, מען זאגט על הניסים און מען דאנקט פאר די ניסים. 
אבער אין משפחת מ. איז די לאגע גאנץ אנגעצויגען האבענדיג א שטוב מיט עטליכע קינדער וואס זענען אין שידוכים ווילט זיך נישט גיין אויף די חנוכה מסיבה. 
עס גלוסט זיך נישט צו באגעגענען מיט די רחמנות'דיגע בליקען פון די בני המשפחה וועלעכע שוינען נעבעך אזוי די בחורים און מיידלעך וואס האבען נאכנישט געטראפען זייער באשערטע שידוכים איז אן אנגעווייטאגטע פרשה, אבער וואס האט חנוכה מיט שידוכים? 
אוי שוין ווידער א סגולה, וויפיל געלט ווילט איר שוין פאר די נייעסטע 'סקעם' וואס איר האט שוין אויסגעטראפען?!!! 
אבער ניין! 
נישט קיין סגולה זענען מיר דא צו פארקויפען. 
אויך נישט קיין לעזונג צום פראבלעם. 
מיר ווילען אייך נאר אויפקלערען א קליינע נקודהוויאזוי צו העלפן די מענטשען וואס ווילען אייך העלפן
שידוכים... 
א שווערע פרשה איז די פרשה פון שידוכים, וואו מען גייט און וואו מען שטייט רעדט מען נאר וועגען שידוכים. 
וואס וועט זיין? איך האב א וואוילען בחור אין שטוב און דער טעלעפאן קלינגט נישט. 
א געראטענע מיידל א מושלמת און דער טרייבל איז טויט. 
אוי רבונו של עולם וואס קען זיין די סיבה פארוואס עס איז אזוי שטיל
פארוואס יאווען זיך נישט גענוג מענטשען זאלען עוסק זיין במדתו של הקדוש ברוך הוא און זיצען און מזווג זיין זווגים. 
גאנצע קאנפערענצען זענען שוין אפגעהאלטן געווארען
פארומס, פאנעלען, סאמיטען און קאנווענשאנס קומען פאר יעדען שני וחמישי און דער סוף זעט זיך נאכנישט אן
אוודאי קען מען נישט גאראנטירען קיין ריכטיגע לעזונג פאר א פראבלעם איבער וואס די גמרא אליין זאגט אז עס איז קשה כקריעת ים סוף. 
גענוי ווי דער אנדערער ענין איבער וועלכע די גמרא דרוקט זיך אויס אז עס איז קשה כקריעת ים סוף איז בכלל נישט קיין 'פיקניק' ווי מען זאגט. 
איז שידוכים אוודאי נישט קיין קינדער שפיל און עס איז גאר שווער צו געפינען דערפאר א לעזונג. 
אין אמת'ן ווערן געטון א געוואלד פעולות אין די ראמען פון די פארשידענע שידוך אינציאטיווען וואס ווערען אנגעפירט דורך פארשידענע ארגאניזאציעס, קהלות און פריוואטע עסקנים אבער עס פאדערט זיך נאך אלס אריינצוברענגען מער פרעציזקייט און עפעקטייוקייט אין דעם אופן וויאזוי מען גייט צו צו שידוכים
אלע פעולות וואס ווערן געטון אין די ראמען פון די פילע שידוכים אפיסעס און שידוכים גרופעס איז בעיקר צו פארגרינגערען די לאסט פון די עלטערען און ארויסהעלפן שדכנים אין זייער הייליגע ארבייט דורך צוזאמענברענגען אינפארמאציע און רעסורסען צו קענען ארבעטען אויף שידוכים פראפעסיאנאל
איינע פון די וויכטיגסטע יסודות אין די ארבייט פון שידוכים איז דער ענין פון אינפארמירען און אויפקלערען עלטערן וויאזוי אליינס צו זיין בייהילפיג צו שדכנים ווען דער שדכן רופט יא אנצוטראגען א שידוך. 

וויאזוי האנדלט מען דעם שדכן אז ער זאל וועלען נאכאמאל צוריקרופן מיט אן'אנדערען שידוך אויך ווען איר ווילט נישט דעם שידוך וואס ער האט אייך אנגעטראגען
אט וואס א שדכן איז אונז מסביר, ווי איר ווייסט איז שדכנות היינט נישט קיין פול טיים דזשאב מיט אלע מעשיות קען שדכנות נישט אריינברענגען גענוג געלט פארן שדכן צו שפייזן זיין פאמיליע דעריבער איז נאר פארהאן בערך צען שעה א וואך וואס דער שדכן קען אראפנעמען פון זיין סדר היום און זיך אפגעבען מיט שדכנות, ווען דער שדכן רופט איינעם און ער דארף פארברענגען מיט אים פינף און צוואנציג מינוט א האלבע שעה בלויז צו הערן פרטים איבער אים און די פאמיליע, האט ער שוין אוועקגעגעבען פינף פראצענט פון די צייט בלויז פאר דעם טעלעפאן קאל, ער דארף צומאל איבערפרעגען פרטים און נקודות זיכער צו מאכען אז ער האט ארויס דאס בילד קלאר
אויב דארף ער מאכן נאך א טעלעפאן קאל צו די אנדערע זייט הערן די זעלבע אינפארמאציע איבער זיי, איז שוין א גאנצע שעה אריבער און מען האלט נאך נישט אין די פאזעס פון אנטראגן א שידוך
ווי אנדערש וואלט געווען די סיטואציע ווען עלטערן זאלן האבן פאר זיך א צעטיל מיט די נויטיגע אינפארמאציע געשריבן אדער אויפגעטייפט א שטייגער ווי אן אפליקאציע אדער פשוט א גלאט שטיקל פאפיר מיט אלע אינפארמאציע דערויף, וואס ווען א שדכן רופט זאל מען דאס קענען אריינשיקן צום שדכן אויפן פאקס אדער דורך בליץ פאסט, אויף דעם צעטיל זאל שטיין פרטים פון דעם בחור מיידל וואו מען לערנט אדער ארבייט, די פריערדיגע מקומות וואו מען האט געלערנט, פרטים איבער די מגידי שיעורים און לערערינס וועמען מען קען פרעגן אינפארמאציע, דעם בית מדרש ווי איר דאווענט, די חסידות אדער קרייז וואו איר געהערט זיך אן, דעם לבוש ווי מען גייט ביי איך אין שטוב און וויאזוי איר וואלט געוואלט מען זאל גיין אנגעטון, און נאך אזוינע פשוטע פאקטן, וואס אזוי וואלט מען פארשפארט א סך צייט פאר דעם שדכן און עגמת נפש פאר זיך. 
ווען די באטרעפענדע עלטערן האבען גרייט פאר זיך א שידוך אפליקאציע וואס זיי קענען אריבערשיקען צום שדכן "עז איז" ווי מען רופט עס, ברענגט דאס אריין מער צייט, און דער שדכן קען אוועקגעבען די צייט פאר אנדערע שידוכים און אויפצוקומען מיט פאסיגע געדאנקען. 
ביז מען וועט אויפקומען בעזהשי"ת מיט דעם ריכטיגן שידוך למזל טוב
אדרבה נעמט ארויס א קאלקולעיטער און רעכענט אליין אויס, ווען לויט דעם יעצטיגן סיסטעם קען דער שדכן נאר עוסק זיין אין מאקסימום איין געדאנק פער שעה, צעווישען נעמען די אינפארמאציע פון צוויי צדדים און עס אראפשרייבען בקיצור אין ראשי פרקים, וואס פארנעמט אויך א חלק פון די צייט. 
דאס מיינט אין א וואך פון צען שעה ארבייט קען מען נאר אראפנעמען אינפארמאציע פון בערך צוואנציג שידוכים וואס דארפן נאך ווערן אנגעטראגן, און פארשטייט זיך אז ווען מען איז עוסק אין אויספירן א שידוך אויף למעשה איז דער שדכן טרוד און קען נישט אוועקגעבן די טייערע צייט אויף אויסהערן פראספעקטיווע שידוכים. 
ווען דער שדכן באקומט אבער די אינפארמאציע באר היטב אראפגעשריבן קלאר, קען מען רופן אכט מענטשן אין א שעה, און מען קען אויסנוצען די צייט עפעקטיוו אזש ביז מען וועט רופן אכציג מענטשן א וואך. 
גענוי ווי חנוכה ווען עס האט פאסירט א נס אז אויל וואס איז געווען גענוג פאר איין נאכט האט געברענט אכט טעג, ווייל באיכות איז געווען גענוג אויל פאר אכט טעג, אזוי קענט איר מיט א קליינע פעולה אריינברענגען מער צייט פארן שדכן ער זאל אייך קענען בעסער סערווירען און אויספירען פיל מער שידוכים בעז"ה.
מיט דעם וואס מען שפארט אין צייט פאר דעם שדכן אין די אריגענעלע אינפארמאציע קלויבונג קען דער שדכן אוועקגעבען מער צייט צוזאמענצושטעלען שידוכים און זיי אויס פירען דאס וועט אויך צוהעלפן אז מער מענטשען זאלען זיך וועלען אריינלייגען אין שדכנות, ווייל מען וועט נישט דארפן אוועקגעבען אזויפיל צייט דערפאר.
דער זכות פון אייער טוהן אליין די ריכטיגע השתדלות לטבת אייערע אייגענע קינדער דער טייערער פקדון מיט וואס דער רבונו של עולם האט אייך אנפארטרויעט וועט אייך זיכער ביישטיין צו קענען מקיים זיין דעם נוצר תאנה יאכל פריה און זעהן ווי די גאלדענע קייט פון אייער משפחה ציט זיך ווייטער און אייערע קינדער שטעלן אויף א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת.

No comments: