Tuesday, January 3

חנוכה מיט שידוכים - חלק ב'

רעדענדיג מיט שדכנים האבען מיר אנגעטראפן אן אינטרעסאנטען פראבלעם און אפשר וואלט זיך מער געפאסט דערויף דער ווארט א קאמישער פראבלעם. 

פיל מאל וווען א שדכן הערט איינעם זיך אפרעדען אין בית המדרש אז מען טראגט אים נישט אן קיין שידוכים וועט דער שדכן אויפהייבען א טעלעפאן צום באטרעפענדען וועלענדיג זעהן צו ער קען אים אנטראגען א פאסיגע זאך. 

גאנץ א שיינע פאר מאל גייט דער געשפרעך אזוי

שדכן: א גוטן טאג, דא רעדט ראובן שיינבוים
עלטערן: יא, א גוטן טאג וויאזוי קען איך אייך העלפן? 
שדכן: איר האט א קינד אין שידוכים? 
עלטערען: איר זענט א אפישעל שדכן? וויפיל שידוכים האט איר שוין אויסגעפירט? 
שדכן: די פרטים זענען באמת נישט נוגע, איך טראכט אפשר פון א גוטן געדאנק פאר אייך וויל איך קודם הערן די פרטים פון די בעיסיק אינפארמעישאן. 
שדכן: וויאזוי הייסט אייער זון? 
עלטערען: חיים משה מען רופט אים מושי 
שדכן: ווי אלט איז אייער זון? 
עלטערען: צוואנציג יאר 
שדכן: וואו לערנט ער יעצט? 
עלטערען: ישיבת חיים של תורה 
שדכן: ווער איז זיין מגיד שיעור? 
עלטערען: איך ווייס טאקע נישט, אוי לאמיר נאר פרובירן רופן אין ישיבה אויסגעפונען..
שדכן: א קעי איך האלט אן די ליין די אינפארמאציע איז מיר זייער וויכטיג, איך האב עפעס א געדאנק און איך וויל עס קענען איבערגעבען צו דעם אנדערען צד 
עלטערן: וויפיל אזייגער איז נאר? אוי יעצט קען איך נישט כאפען מיין זון עס איז אינמיטן סדר... א גרויסע ישיבה מען קען כמעט קיינמאל נישט צוקומען צו א בחור דארטען. 

אויך ביי א מיידל קען זיך אפשפילען אן ענליכע סצענע ווען מען פרעגט א פשוטע שאלה. 
שדכן: וואו ארבייט זי? 
עלטערען: יעקל פאדראטשיק קאמפאני 
שדכן: ווער זענען אירע קאו ווארקערס [מיטארבעטער] פון וועמען מען קען זיך נאכפרעגען? 
עלטערען: עמ.. 
עמ.. 
אוי איך קען איר נישט רופען יעצט ביי די ארבייט..
עס קומט אייך פאר אינטרעסאנט. 

עס זעהט אויס ווי א וויץ? עס איז אבער גארנישט קיין וויץ, אזוינע טעלעפאן רופן קומען פאר מידי יום ביומו אמאל וועגען וועלכע כיתה און אמאל וועגען מגידי שיעור און צומאל געשעט עס ווען מען הייבט אן רעדען אינפארמאציע וועגען פריערדיגע יארען צום ביישפיל וואו האט ער\זי געלערנט פריער, אדער ווען מען בעט טעלעפאן נומערען פון חברים און באקאנטע צו פרעגען אינפארמאציע.   

No comments: