Monday, August 22
דער חסיד vs. דער פליגער
בעזהשי"ת
דער חסיד vs. דער פליגער
רוף מיך 'סעלף העיטינג חסיד', אנטיסעמיט, ראסיסט, וואס דו ווילסט. אבער אודי לי מיהת אז גערעכט בין איך. עשרה קבין 'מענשטליכקייט אויפן פליגער' ירדה לעולם, תשעה נטלה כל העולם כולו, און דאס איבעריגע איינס האט דער חסיד'שער איד געקריגן, און איר גלייך פארלוירן אין די מקוה.
אזוי האב איך איינגעזעהן ווען ס'איז מיר אויסגעקומען צו שפענדעווען מערסטנס צייט פון א קנאפע עטליכע טעג אויפן פליגער, פליענדיג פון דאנעט ביז אהין און צוריקוועגס וחוזר חלילה, מיט א סטאפ אין ליזענסק ביים יומא דהילולא קדישא אינדערצווישן.
דער חסיד מיט'ן פליגער זענען שני דברים המכחישים זה את זה, צוויי קאנצעפטן וואס וועלן זיך קיינמאל נישט דורכקומען. א שטייגער ווי געפילטע קרויט אויף א ליידיגן מאגן, אדער ווארימע מאראנצן זאפט נאך א טעללער טשולענט.
דאס גאנצע אפיציעלע פריינטליכקייט מיטן קארעקטן סדר פונעם פליגער ווירשאפט, מישט זיך עפעס נישט גוט אויס מיטן חסיד'ישן פיש-זאפט כאראקטער. דאס געמאכטע העפליכקייט פון די מאנשאפט קעגן די אפענע פרעכהייט פונעם חסיד, פאראורזאכט אן עקספלארירנדע צעמישטער אטמאספערע שוין גלייך פון דער אנהויב, און ווערט נאר ארגער און ארגער עס טיים גאוס אן, ווען די צוויי קעגנזייטיגע פראקציעס נעמען זיך פירן זייער אייגענער קעגנצילנדער ווירyשאפט מיט מער אימפעט. די מאנשאפט טוט וואס עס שטייט אינעם בוך, און דער חסיד ווי דער גערוך דיקטירט אים.
דאס דורכגיין די זיכערהייט פראצעדורן איז פארן חסיד א גהינום, ער ברויך זיין אין צייט - כאפן א פליגער איז נישט ווי נאכלויפן א מאנראו באס. ער ברויך פאלגן וואס מען הייסט - דער קאסטומס אגענט איז נישט דער משגיח אין ישיבה, און נישט דער שמש אין שול אדער דער שישקענער ביי קדיש. ער ברויך איינהאלטן רעגולאציעס - די פעדעראלע רעגירונגס פלי רעגולאציעס זענען נישט קיין תקנה פון קהל קעגן קידוש מאכן פארן ליינען אדער קעגן ברענגען שמות אין שול נאך ראש חודש ניסן.
דעריבער איז קיין וואונדער אז נאך אזא באהאנדלונג שפרינגט דער חסיד פון די הויט ווי דאס יונגל נאך א טאג חדר, וועלכער לויפט ארויס צום באס מיטן קויט אין די האנט, מיט דאס העמעד ארויס פון די הויזן, צעפלויגענע פיאות און שיפע גלעזער אויפן שפיץ נאז, מאכנדיג ליארעמנדע קולות פון פאלשע לעלו סירענעס מיטן מויל, און מאנאווערעס מיט די האנט ווי ער דרייווט ווען א 'פייערלענדזשער' טראק.
די איינציגע זאך וואס האלט נאך א שטיקל קשר צווישן דעם חסיד מיטן פליגער, איז דער 'טוילעט'... אההה דער 'טוילעט' איז דאך דעם חסיד'ישן איד'ס ליבלינג. אוואו ער גייט און וואו ער קומט וועט ער זיך גלייך נאכפרעגן אויפן 'טוילעט', זיך ווענדן צום 'טוילעט', זיך אומקוקן אויפן 'טוילעט', באזוכן דעם 'טוילעט', לראות את שלום ה'טוילעט', און זיך דערקוויקן מיטן 'טוילעט'.
און טאקע ווי נאר דער חסיד שפאנט ארויף אויפן פליגער הארט נאכער וואס ער טוישט דעם זיץ פארשטייט זיך אנע ווארטן צו פרעגן דעם נאך-אויפשטייגנדער פאסאזשיר פאר וועמען עס באלאנגט, וועט ער זיך גלייך ווענדן צום 'טוילעט'.... דארטן אין דעם 'טוילעט' שפירט ער זיך אינדערהיים, דארט איז ער באקוועם, דארט איז אים גוט.
אין איינע פון די רייזעס, גראדע א קורצע, האב איך זיך אויפגעכאפט ווען דער פליגער האט זיך שוין געהאלטן אינמיטן אראפלאזן. די סיט בעלטס לעקטערלעך האבן שוין געארבייט, און די מאנשאפט איז שוין ארומגעגאנגען זיכער מאכן אז אלע זענען פארבינדן צו די זיצן, מיט די גראדע רוקנס און ליידיגע הענט. ווען אינמיטן האט איינער אן 'איש חסיד היה' בכל פרטי' ודוקדוקי' זיך א הייב געטאן פונעם זיץ, און מיט אן אומפעט אריינגעלאפן אין 'בְסקִיסֶע'. און נישט נאר אזוי אריינכאפן פאר א רגע, נאר ער איז געגאנען פאר א ישיבת בית דין מיט אלע מפרשים. עס האט גענומען פאר די מאנשאפט עטליכע אנגעצויגענע מינוטן פון פארצווייפלטע רופן אז 'סויר ווי ארר לענדינג!' באגלייט מיט שטארקע קלאפן אויף די טיר, ארויסצושלעפן דעם צעקניפטן בארד פון זיין באקוועמען מקום מנוחה. ענדליך האט ער זיך ארויסגעריקט פון דארט סעקונדן בעפאר די רעדלען האבן געטאפט די ערד, מיטן פולסטן רואיגקייט, מיט א פארגלייזטן 'אשר יצר' אויף די פארטרוקענטע לעפצן לקדש שם שמים ברבים. דאס, קען נאר א חסיד באווייזן!
אכן מה נהדר היה המראה, אין איינע פון די רייזעס אויף א קליינעם פליגער ווי ס'רוב פונעם פליגער איז באשטאנען פון חסיד'ישע רייזנדע. ווען לענגאויס דאס גאנצע פליגער האט זיך געשלענגלט די רייע צום בית הכבוד, מיטן פולסטן חסיד'ישן שטייגער פונקט ווי אינדערהיים אין שול מיט אלע דעטאלן, פון די קרעכצן און שווערע אטעמען פון די עלטערע ווארטערס ביז די קלאפעס מיטן האנט פלאך אויפן טיר באגלייט מיטן יאוש'דיגן אויסגעצויגענעם 'נו'...
א פרשה פאר זיך איז דאס דאווענען אויפן פליגער. דער אונטערשטער טייל פונעם פליגער ווערט דאן פארוואנדלט אין א חסיד'ישער קלויז. דער קיטשען איז דער הויפט קרבן. די קאונטערס ווערן עמודים. די משקאות וואס די מאנשאפט האלטן אזוי ריין ווערט נטילת ידים וואסער. און די טעצער אין וועלכן עס ליגט אויסגעשורה'ט די פערטיגע גלעזלעך מיט פארשידענע טרינקווארג ווערט דער סינק. די עטוואס מער איידלע חסידים וועלן קומען בעטן רשות זיך צו וואשן די הענט און פרעגן 'וואָדעֶר, וואָדעֶר, יו העוו עני וואָדעֶר?', און דאן נעמען אליין נאך בעפאר עס איז דא א שאנס צו געבן, איבערלאזנדיג די העפליכע מאנשאפט הכנעה'דיג פארבויגן מיטן פאלשן שמייכל אויף די לעפצן און דאס גלעזל וואסער אין די האנט איר אנכאפנדיג מיט די שפיץ פינגער.
די מער פרעכע וועלן נישטאמאל פרעגן, נאר אזוי שעפשענדיג די קרבנות וועלן זיי אליין נעמען פירן א ווערשאפט. מיט די אויגן אויף אראפ זיך צו היטן פון ראיות אסורות וועלן זיי נעמען 'בעלבאטעווען' אויפן קיך ווי ביי זיך אינדערהיים, נישט פארגעסנדיג איבערצולאזן הונטער זיך אפדרוקן ווי אימער ער האט נאר צוגערירט, אויסגיסנדיג דאס וואסער אויף דער ערד, און איר נאכפאלגן מיט דאס אפוויש פאפיר. אזוי ארום זיכער צו מאכן זיך צו פארשאפן שטרענג אויפגעברויזטע בליקן אויף אים בעת ער ווארפט זיך שוין דאס קערפער אויף אלע זייטן ביי די שמונה עשרה וועלכן ער וועט נישט פארגעסן אויסצוציען לענגער ווי געוועליך כדי צו מקיים זיין די באליבטע מצוה פון טירחא דציבורא לויט אלע פוסקים.
א מזל האבן זיי די עירליינס אז ס'האט זיך זיי נאכנישט פארגלוסט אריינצושטעלן א באדע צימער מיט א וואנע אינעם פליגער. אז יא וואלט זי גאנץ לייכט פארוואנדלט געווארן אין א מקוה פארן חסיד'ישן איד, צו כאפן א טבילה פארן דאווענען, און נאך איבערלאזן מאראסטיגע טייכלעך אינעם באדע צימער, און נאסע שיך אפדריקן אינעם גאנצן פליגער.
דער ריינער אמת איז אז דער חסיד איז נישט אינגאנצן שולדיג, א טבע קען מען דאך נישט אזוי גרינג טוישן. וואס קען ער דען טאן אז דער חסיד'ישער איד ווערט געבוירן ווי עס קוקט אויס מיט בלאטערלעך אויפן חלק התחתון וואס לאזט אים נישט איינזיצן געהעריג. מוז ער זיך ארומדרייען און זוכן וואו צו גיין און קומען.
וואס נאך פארלאנגסטו פון אים, ער זאל נאך פרעגן מיט א געמאכטע העפליכקייט דעם הונטערשטן שכן רשות בעפארן אראפלייגן מיט אן אומפעט און שנעלקייט דעם זיץ זיך אראפצולייגן, פאראורזאכנדיג אז יענעמס גלעזל קאקא קאלא וועלכער ליגט אויפן טישל זאל זיך אויסגיסן אויפן געביגלטן אנצוג. אדער גאר ווילסטו אז ער זאל זיך שעמען אריינצוקוועטשן זיין רענצל אין יענעמס אויבערשטן קעסטל צוקנייטשנדיג מאנטלען און זעקלעך אנע רחמנות. צו פארלאנגסטו ער זאל זען א פראבלעם אין זיך אנכאפן מיט ביידע הענט אויף דעם פאדערשטן שכן'ס זיץ בעת ער סווינגט זיך אריין און ארויס צו זיין זיץ איטליכער מינוט, ציענדיג דעם קאפ-אנלעהנער פונעם פארפעסיאנעלער גוי וועלכער האלט אינמיטן לייענען א סייענס בוך. די אלע זאכן אויפן מאנראו באס טוט דאך נישט ער פאר זיין שכן, און נישט זיין שכן טוט דאס פאר אים, טא וואס איז דען א פליגער אנדערש.
מצד דעם חסיד זאל מען נישט זיין אזוי קארעקט, נישט אזוי העפליך, און נישט אזוי שמייכלדיג. אויב וואלט דער חסיד'ידשער איד געהאט זיין וועג, וואלט ער איינגעפירט א סיסטעם אז מען זאל סווייפן דעם מעדיקעיד קארטל ארויצוגיין אויפן פליגער, וועלכער זאל ארויספארן א שעה שפעטער ווי געשריבן. זיצן זאל מען זיך כאפן א שטייגער ווי א פלאץ אויף די פארענטשען שמחת תורה, ווער עס קאפעט מער מענטשן כאפט די ערשטע זיץ, און אז עס ליגט א שטויביגן ביבער היט אדער א צוקנייטשטע רעקל אויף א זיץ מיינט דאס אז עס איז פארנומען. דאס עסן זאל מען טיילן אזויווי מען טיילט עסן ביי חסיד'ישע טישן, עמיצער אן עסקן זאל ארומגיין מיט טעצער פיש פלייש און פערוול העכער די קעפ, און דער עולם זאל כאפן מיט די הענט. עסצייג, גלעזלעך, און באטלעך וואסער, זאל מען ווארפן פון פארנט פונעם פליגער אין אלע ריכטונגען און טיכטיגע בחורים זאלן עס כאפן צו פארטיילן פארן עולם האלב און ס'איבעריגע באהאלטן אונטערן זיץ.
מנינים זאלן זיך שטעלן יעדע צען מינוט צווישן די זיצן, און עסקנים זאלן ארומגיין מיט פושקעס פאר פארשידענע צוועקן. פוירסט קלעס זאל אויך קריגן א ווארימע מקוה, פארשטייט זיך אז אלע פון עקאנאמי קלעס וועלן זיך אויך אריינשטיפן אהין.
דער פליגער נאך די רייזע זאל אויסקוקן ווי דאס ביהמ"ד נאכן שושן פורים טיש, מיט טשיקן באדעמס, געפילטע פיש, און פערוול אויף דער ערד און אונטער די זיצן. אויך אויפן זיץ דארט אינעווייניג צווישן דעם זיץ מיטן אנלעהנער זאל מען קענען טרעפן אפאר פערוולעך. מען זאל טרעטן אויף די פארקלעפטע ערד פון אויסגעגאסענע היימישע וויין און גינגער עיל, און פלעשלעך באהאלטענע ווארימע סעלצער זאל זיך געפונען אונטער די זיצן. דער גערוך זאל זיין א געמישעכץ פון דאס פארבליבענע עסן און די חסיד'ישע רייזנדע. צו רייניגן וועט מען שוין ארויפשיקן אפאר לעגווארדיע חולעראס...
האט א געשמאקע רייזע און נעמט אייך מיט השפעות טובות. ביטע אויספאלגן די פארארדענונגען פון די עסקנים. דער פליגער איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער חסידים. מען בעט מען זאל זיך בשום אופן נישט אויפהייבן אויף די זיצן ווען דער רבי וועט וואונטשן לחיים. בחורים וועלן נישט ארויפגעלאזט ווערן אויפן פליגער, עס איז צוגעגריייט געווארן פאר זיי גענוג פלאץ אין די פעקלעך דעפארטמענט. ביטע שטרענג אפהיטן די גדרי הצניעות. עס איז שטרענג פארבאטן מיטצוברענגען סיי וועלכע פאטא אפאראטן אדער ווידיאו קאמערעס, די עסקנים וועלן דאס צונעמען אויף אייער אייגענע אחריות. זייט געווארנט: מענטשן און קינדער מיט די פיאות אויפן אויער וועט מען אנפעינטן די פנימ'ער. די פיש איז נתנדב געווארן דורך פאלקאוויטש'עס פיש געשעפט לע"נ אביהם. בכבוד רב, הנהלת הקהילה.
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
No comments:
Post a Comment