דינסטאג ראש חדש סיון ה'תשפ"ב איז ר' איציק קאהן אריין מיט א קוויטל צום רב זאל זיין געזונט און שטארק, און זאל מאריך ימים זיין. האט ער מיטגעטיילט פאר'ן רב וועגען די פעולות אין דער פעלד פון תשובה. אזויווי יונגעלייט פון טרעוועלינגחסידים געהן ארויס שבת צו דאווענען מיט אידישע קינדער, וואו זיי העלפען ארויס דורך משלים זיין צו מנין, האבען זיי זוכה געווען צו נעמען אנטייל ביי א חתונה פון א בחור וואס געבט זין אינגאנצן אוועק פאר דעם שוהל אין זיין וואוינארט. האט דער רב געפרעגט "וואו איז דער בחור געווען ביז איצט?" האט ר' איציק געענווערט אז ער איז מקורב געווארען מער און מער. דער רב האט געהאט שטארק הנאה און האט אויסגעשטרעקט זיין האנט און הארציג געזאגט " יישר כחכם, יישר כחכם, איהר זאלט אלע ווייטער אנגיין מיט דעם און מצליח זיין. ר' איציק האט געזאגט פאר'ן רב אז דער חתן האט געבעטען אז מיר זאלען אז מיר מוזן קומען מיט שטריימל-בעקעשע צום חופה. דער רב האט זיך צושמייכלט און געזאגט "זעהר גוט, זעהר גוט, כ'האב הנאה". עד כאן איז דער באריכט פון ר' איציק.
No comments:
Post a Comment