די אידען אין
וויליאמסבורג האבן דיסיידעד אז מען קען נישט מער, אידישקייט איז צו שווער, געניג איז
געניג, איטס אווער!
מ׳האט זיך צאמגענומען
אין אלע שוהל׳ן און געוויינט צום באשעפער: "טאטע, די תורה איז צו שווער, מיר קענען
נישט מער, פליז נעם עס צוריק!"
דער רבש"ע
האט זיך צוגעהערט צו זייערע תפילות, און געלאזט וויסן אין אלע צייטונגען אז מ׳גייט
אראפ שטעלן א פאר טרעילארס אויף לי עוועניא - אין:
"קינדער - אקעי, לייגט דא צוריק די תורה, איך קום עס באלד אויפ-פיקען!"
די וויליאמסבורגער
אידען זענען געלאפען, מען האט אריינגעריקט אין די טראק אלעס! די גאנצע תורה! און שנעל
געלאזט וויסען דער רבוש"ע אז דער תורה איז אינסייד, מישען אקאמפלישט, רעדי פאר
פיק-אפ!
דער רבוש"ע
קוקט אריין אין די טרעילערס און זעהט דארט:
טשולענט, אווערנייט קוגל, קניידלעך, כרעמזלעך, פעטצעי, יישקע, ראססעל, קאצקע צוקער, לאנגע לאקשען,
האליפטצעס, חאלאמאדי, לעטשו, יאפטשיק, מייערן ציממעס, קעיז זעלקעלעך, קרעפלעך, צוקוועטשטע שלש-סעודת בילקעס, פארגליווערטע פיש יאוך, געפילטע פיש אלט 4 טעג...
בעקישעס פון אלע קאלירען, שטריימלעך, שפיצלעך, ווייסע
זאקעלעך, נאסע לאנגע פיאות, סטראקעס, גראבע גארטלעך, פעלענע טלית בייטלעך, טייטס מיט סיעמס, ווייסע געשטריקטע קאפלעך, געלע זיפעצעס, וועלקראו הויזען, וועלקראו קאפלעך, וועלקראו גארטלעך, "יחי" קאפלעך, וואללענע טערקישע טליתים, ריקען עטרות, י"ב חלות פונ'ם רבי, אפיקומן רעשטלעך, הבדלה וויין...
סינק פילטערס, פילטערס אנטקעגען ווערם, מחאה פלאקאטען, מקווה האנטוכער, כשר'ע זייף, די פורניטשער
פון די אפיס פון התאחדות, טייערע אתרוגים פון $500 און ארויף, הושענות בלעטער פון דער רבי, לאנגע וואקסענע שמשים לעכט פון חנוכה...
פילטערס אנטקעגען: אד-טו-עני, אינסטגרם, ספאטיפיי, בלאגגער, גוגלפלאס, דיגג, האבפיידזשעס, וואטסאפ, וויין, ווימעיאו, ווי-קעי, זינג,
טאמבלער, טינדער, באדא, טוויטש, גיפי, טוואא, טוויטער, לינקדין, טעלעגראם, יוטוב, נעטפליקס, סטאמבלאפאן, סליידשער,
סנעפטשעט, סרעד, עד-דיס, פאהרסקווער, פידלי, פין-איט, דיסקורד, פינטרסט, טיקטוק, פליפבורד, פליקער, פעיסבוק, רעדדיט, שערדיס, אייפוד, אייפון, אימייל, אנדערעיוד, מייל, קינדל, אפל און רימון, און נאך....
גניזה זעק מיט דער איד, דער בלאט, די בלאטע, דער בליק,
דער צייט, די וואך, דער וועכטער, ספעציעל, מאמענט, קינדליין, הונדערט, באלייכטונגען, מעלות, אידישע ליכט, אידישע שטראל, אידישע קוואל, אידישע היים...
געט דער רבוש"ע
א שריי: "קינדער! עטס זענטס פאררוקט? איך האב נישט געבעטן די אלע גארבעדזש! איך
האב געבעטען דער "תורה" וואס איך האב אייך געגעבן ביים בארג סיני! דאס איז
נישט דער תורה, ס'איז גאנץ עפעס אנדערש!!! הערט'ס ענק אויף נער'יש צו מאכען, און דער תורה
וועט ענק זיס ווערען!!
No comments:
Post a Comment