בעזהשי"ת
דער חסיד vs. דער פליגער
רוף מיך 'סעלף
העיטינג חסיד', אנטיסעמיט, ראסיסט, וואס דו ווילסט.
אבער אודי לי
מיהת אז גערעכט בין איך.
עשרה קבין
'מענשטליכקייט אויפ'ן פליגער' ירדה לעולם, תשעה נטלה כל העולם כולו, און דאס
איבעריגע איינס האט דער חסיד'שער איד געקריגן, און איר גלייך פארלוירן אין די מקוה.
אזוי האב איך
איינגעזעהן ווען ס'איז מיר אויסגעקומען צו פארברענגען מערסטנס צייט פון א קנאפע
עטליכע טעג אויפ’ן פליגער, פליענדיג פון דאנעט ביז אהין און צוריקוועגס וחוזר
חלילה, מיט א סטאפ אין ליזענסק ביים יומא דהילולא קדישא אינדערצווישן.
דער חסיד מיט'ן
פליגער זענען שני דברים המכחישים זה את זה, צוויי קאנצעפטן וואס וועלן זיך קיינמאל
נישט דורכקומען.
א שטייגער ווי
געפילטע קרויט אויף א ליידיגן מאגן, אדער ווארימע מאראנצן זאפט נאך א טעללער
טשולענט.
דאס גאנצע
אפיציעלע פריינטליכקייט מיט’ן קארעקטן סדר פונ’עם פליגער ווירשאפט, מישט זיך עפעס
נישט גוט אויס מיט’ן חסיד'ישן פיש-זאפט כאראקטער.
דאס געמאכטע
העפליכקייט פון די מאנשאפט קעגן די אפענע פרעכהייט פונ’עם חסיד, פאראורזאכט אן
עקספלארירנדע צעמישטער אטמאספערע שוין גלייך פון דער אנהויב פונ’עם פלוג, און
ווערט נאר ארגער און ארגער עז טיים גאוס אן, ווען די צוויי קעגנזייטיגע
פראקציעס נעמען זיך פירן זייער אייגענער קעגנצילנדער ווירטשאפט מיט מער אימפעט.
די מאנשאפט טוט
וואס עס שטייט אינ’עם בוך, און דער חסיד? ווי דער גערוך דיקטירט אים!
דאס דורכגיין
די זיכערהייט פראצעדורן איז פאר’ן חסיד א גיהנום, ער ברויך זיין צייטליך אויפ'ן פלוג-האפען
- כאפן א פליגער איז נישט ווי נאכלויפן א מאנראו באס.
ער ברויך פאלגען
וואס מען הייסט - דער קאסטומס אגענט איז נישט דער משגיח אין ישיבה, און נישט דער
שמש אין שול אדער דער שישקענער ביי קדיש.
ער ברויך
איינהאלטן רעגולאציעס - די פעדעראלע רעגירונגס פלי רעגולאציעס זענען נישט קיין
תקנה פון קהל קעגן קידוש מאכן פאר’ן ליינען אדער קעגן ברענגען שמות אין שול נאך
ראש חודש ניסן.
ער מוז אנקומען הארט פאר מ'הייבט אן בארדען, אבער ניין: ער איז שוין דא אבער ער איז נאך נישט גרייט! פאר מ'קען זיך צונויפנעמען מיט אלע פעקלעך און זעקעלעך און צוגיין צום בארדינג דעסק, מוז מ'דאך צוערשט דאווענען מנחה (אדער מעריב, אדער אפילו שחרית), כאילו ס'איז נישט געווען גענוג צייט ביז אהער צו אויספיערען די שלש עברות.
1. אריינגיין צום לאונדזש און באשטעלען צוועלף פלעשלעך קאוק "ווייל אלץ מעמבער, קומט עס מיר, כאטש כ'קען נישט אויסטרונקען אלע פלעשלעך נאך פאר מ'גייט ארויף אויפ'ן פליגער.
2. אורם וואנדערען דער דיוטי פרי מארק און פארדרייען א קאפ דעם פארקויפער פון וויסקי אין יעדע געשעפט, צו פראבירען און טרעפען א כשר למהדרין שפיריט
3. ס'הייסט, ערשט נאכדעם וואס דער גאנצא ווארט זאהל האט שוין דערקענט אז כ'האב דאס מערסטע צייט און דאס מינדעסטע געדולד, מוז איך דאך יעצט אנהייבען מאכען הכנות צום דאווענען - כאילו כ'בין יעצט אין מיין שטיבל אינדערהיים: א בית כסא, א ציגארעטעל און א קאווע - אין דעם סדר אדער אפשר נאך קאפויער.
דעריבער איז
קיין וואונדער אז נאך אזא באהאנדלונג שפרינגט דער חסיד פון די הויט ווי דאס יונגל
נאך א טאג חדר, וועלכער לויפט ארויס צום באס מיט’ן קויט אין די האנט, מיט דאס
העמעד ארויס פון די הויזן, צעפלויגענע פיאות און שיפע גלעזער אויפ’ן שפיץ נאז,
מאכנדיג ליארעמנדע קולות פון פאלשע לעלו סירענעס מיט’ן מויל, און מאנאווערעס מיט
די האנט ווי ער דרייווט ווען א 'פייערלעשער' טראק.
די איינציגע
זאך וואס האלט נאך א שטיקל קשר צווישן דעם חסיד מיט’ן פליגער, איז דער 'טוילעט'...
אההה דער
'טוילעט' איז דאך דעם חסיד'ישן איד'ס ליבלינג.
וואו ער גייט
און וואו ער קומט וועט ער זיך גלייך נאכפרעגן אויפ’ן 'טוילעט', זיך ווענדן צום
'טוילעט', זיך אומקוקן אויפ’ן 'טוילעט', באזוכן דעם 'טוילעט', לראות את שלום
ה'טוילעט', און זיך דערקוויקן מיט’ן 'טוילעט'.
און טאקע ווי
נאר דער חסיד שפאנט ארויף אויפ’ן פליגער הארט נאכהער וואס ער טוישט דעם זיץ
פארשטייט זיך אנע ווארטן צו פרעגן דעם נאך-אויפשטייגנדער פאסאזשיר פאר וועמען עס
באלאנגט, וועט ער זיך גלייך ווענדן צום 'טוילעט'....
דארטן אין דעם
'טוילעט' שפירט ער זיך אינדערהיים, דארט איז ער באקוועם, דארט איז אים גוט.
אין איינע פון
די רייזעס, גראדע א קורצע, האב איך זיך אויפגעכאפט ווען דער פליגער האט זיך שוין
געהאלטן אינמיט’ן אראפלאזן.
די סיט בעלטס
לעקטערלעך האבן שוין געארבייט, און די מאנשאפט איז שוין ארומגעגאנגען זיכער מאכן
אז אלע זענען פארבינדן צו די זיצן, מיט די גראדע רוקנס און ליידיגע הענט.
ווען אינמיט’ן האט
איינער אן 'איש חסיד היה' בכל פרטי' ודוקדוקי' זיך א הייב געטאן פונ’עם זיץ, און
מיט אן אומפעט אריינגעלאפן אין 'בְסקִיסֶע'.
און נישט נאר
אזוי אריינכאפן פאר א רגע, נאר ער איז געגאנען פאר א ישיבת בית דין מיט אלע מפרשים.
עס האט גענומען
פאר די מאנשאפט עטליכע אנגעצויגענע מינוטן פון פארצווייפלטע רופן אז 'סויר ווי ארר
לענדינג!' באגלייט מיט שטארקע קלאפן אויף די טיר, ארויסצושלעפן דעם צעקניפטן בארד
פון זיין באקוועמען מקום מנוחה.
ענדליך האט ער
זיך ארויסגערוקט פון דארט סעקונדן בעפאר די רעדלען האבן געטאפט די ערד, מיט’ן פולסטן
רואיגקייט, מיט א פארגלייזטן 'אשר יצר' אויף די פארטרוקענטע לעפצן לקדש שם שמים
ברבים.
דאס, קען נאר א
חסיד באווייזן! אכן מה נהדר היה המראה, אין איינע פון די רייזעס אויף א קליינעם
פליגער ווי ס'רוב פונ’עם פליגער איז באשטאנען פון חסיד'ישע רייזנדע.
ווען לענגאויס
דאס גאנצע פליגער האט זיך געשלענגלט די רייע צום בית הכבוד, מיט’ן פולסטן חסיד'ישן
שטייגער פונקט ווי אינדערהיים אין שול מיט אלע דעטאלן, פון די קרעכצן און שווערע
אטעמען פון די עלטערע ווארטערס ביז די קלאפעס מיט’ן האנט פלאך אויפ’ן טיר באגלייט מיט’ן
יאוש'דיגן אויסגעצויגענעם 'נו'...
א פרשה פאר זיך
איז דאס דאווענען אויפ’ן פליגער.
דער אונטערשטער
טייל פונ’עם פליגער ווערט דאן פארוואנדלט אין א חסיד'ישער קלויז.
דער קיטשען איז
דער הויפט קרבן.
די קאונטערס
ווערן עמודים.
די משקאות וואס
די מאנשאפט האלטן אזוי ריין ווערט נטילת ידים וואסער.
און די טעצער
אין וועלכן עס ליגט אויסגעשורה'ט די פערטיגע גלעזלעך מיט פארשידענע טרינקווארג
ווערט דער סינק.
די עטוואס מער
איידעלע חסידים וועלן קומען בעטן רשות זיך צו וואשן די הענט און פרעגן 'וואָדעֶר,
וואָדעֶר, יו העוו עני וואָדעֶר?', און דאן נעמען אליין נאך בעפאר עס איז דא א
שאנס צו געבן, איבערלאזנדיג די העפליכע מאנשאפט הכנעה'דיג פארבויגן מיט’ן פאלשן
שמייכל אויף די לעפצן און דאס גלעזל וואסער אין די האנט איר אנכאפנדיג מיט די שפיץ
פינגער.
די מער פרעכע
וועלן נישטאמאל פרעגן, נאר אזוי שעפשענדיג די קרבנות וועלן זיי אליין נעמען פירן א
ווערשאפט.
מיט די אויגן
אויף אראפ זיך צו היטן פון ראיות אסורות וועלן זיי נעמען 'בעלבאטעווען' אויפ’ן קיך
ווי ביי זיך אינדערהיים, נישט פארגעסנדיג איבערצולאזן הונטער זיך אפדרוקן ווי
אימער ער האט נאר צוגערירט, אויסגיסנדיג דאס וואסער אויף דער ערד, און איר נאכפאלגען
מיט דאס אפוויש פאפיר.
אזוי ארום
זיכער צו מאכן זיך צו פארשאפן שטרענג אויפגעברויזטע בליקן אויף אים בעת ער ווארפט
זיך שוין דאס קערפער אויף אלע זייטן ביי די שמונה עשרה וועלכן ער וועט נישט
פארגעסן אויסצוציען לענגער ווי געוועליך כדי צו מקיים זיין די באליבטע מצוה פון
טירחא דציבורא לויט אלע פוסקים.
א מזל האבן זיי
די עירליינס אז ס'האט זיך זיי נאכנישט פארגלוסט אריינצושטעלן א באדע צימער מיט א
וואנע אינ’עם פליגער.
אז יא וואלט זי
גאנץ לייכט פארוואנדלט געווארן אין א מקוה פאר’ן חסיד'ישן איד, צו כאפן א טבילה פאר’ן
דאווענען, און נאך איבערלאזן מאראסטיגע טייכלעך אינ’עם באדע צימער, און נאסע שיך
אפדריקן אינ’עם גאנצן פליגער.
דער ריינער אמת
איז אז דער חסיד איז נישט אינגאנצן שולדיג, א טבע קען מען דאך נישט אזוי גרינג
טוישן.
וואס קען ער
דען טאן אז דער חסיד'ישער איד ווערט געבוירן ווי עס קוקט אויס מיט בלאטערלעך אויפ’ן
חלק התחתון וואס לאזט אים נישט איינזיצן געהעריג.
מוז ער זיך
ארומדרייען און זוכן וואו צו גיין און קומען.
וואס נאך
פארלאנגסטו פון אים, ער זאל נאך פרעגן מיט א געמאכטע העפליכקייט דעם הונטערשטן שכן
רשות בעפאר’ן אראפלייגן מיט אן אומפעט און שנעלקייט דעם זיץ זיך אראפצולייגן,
פאראורזאכנדיג אז יענעמס גלעזל קאקא קאלא וועלכער ליגט אויפ’ן טישל זאל זיך
אויסגיסן אויפ’ן געביגלטן אנצוג.
אדער גאר
ווילסטו אז ער זאל זיך שעמען אריינצוקוועטשן זיין רענצל אין יענעמס אויבערשטן
קעסטל צוקנייטשנדיג מאנטלען און זעקלעך אנ'ע רחמנות.
צו פארלאנגסטו
ער זאל זען א פראבלעם אין זיך אנכאפן מיט ביידע הענט אויף דעם פאדערשטן שכן'ס זיץ
בעת ער סווינגט זיך אריין און ארויס צו זיין זיץ איטליכער מינוט, ציענדיג דעם
קאפ-אנלעהנער פונ’עם פארפעסיאנעלער גוי וועלכער האלט אינמיט’ן לייענען א סייענס
בוך.
די אלע זאכן אויפ’ן
מאנראו באס טוט דאך נישט ער פאר זיין שכן, און נישט זיין שכן טוט דאס פאר אים, טא
וואס איז דען א פליגער אנדערש.
מצד דעם חסיד
זאל מען נישט זיין אזוי קארעקט, נישט אזוי העפליך, און נישט אזוי שמייכלדיג.
אויב וואלט דער
חסיד'ידשער איד געהאט זיין וועג, וואלט ער איינגעפירט א סיסטעם אז מען זאל סווייפן
דעם מעדיקעיד קארטל ארויפצוגיין אויפ’ן פליגער, וועלכער זאל ארויספאר’ן א שעה
שפעטער ווי געשריבן.
זיצן זאל מען
זיך כאפן א שטייגער ווי א פלאץ אויף די פארענטשען שמחת תורה, ווער עס קאפעט מער
מענטשן כאפט די ערשטע זיץ, און אז עס ליגט א שטויביגן ביבער היט אדער א צוקנייטשטע רעקל אויף א זיץ
מיינט דאס אז עס איז פארנומען.
דאס עסן זאל
מען טיילן אזויווי מען טיילט עסן ביי חסיד'ישע טישן, עמיצער אן עסקן זאל ארומגיין
מיט טעצער פיש פלייש און פערפעל העכער די קעפ, און דער עולם זאל כאפן מיט די הענט.
עסצייג,
גלעזלעך, און באטלעך וואסער, זאל מען ווארפן פון פארנט פונ’עם פליגער אין אלע
ריכטונגען און טיכטיגע בחורים זאלן עס כאפן צו פארטיילן פאר’ן עולם האלב און
ס'איבעריגע באהאלטן אונטערן זיץ.
מנינים זאלן
זיך שטעלן יעדע צען מינוט צווישן די זיצן, און עסקנים זאלן ארומגיין מיט פושקעס
פאר פארשידענע צוועקן.
פוירסט קלעס
זאל אויך קריגן א ווארימע מקוה, פארשטייט זיך אז אלע פון עקאנאמי קלעס וועלן זיך
אויך אריינשטופן אהין.
דער פליגער נאך
די רייזע זאל אויסקוקן ווי דאס ביהמ"ד נאכן שושן פורים טיש, מיט טשיקן באטעמס,
געפילטע פיש, און פערפעל אויף דער ערד און אונטער די זיצן.
אויך אויפ’ן זיץ
דארט אינעווייניג צווישן דעם זיץ מיט’ן אנלעהנער זאל מען קענען טרעפן אפאר פערפעלעך.
מען זאל טרעטן
אויף די פארקלעפטע ערד פון אויסגעגאסענע היימישע וויין און גינגער עיל, און
פלעשלעך באהאלטענע ווארימע סעלצער זאל זיך געפונען אונטער די זיצן.
דער גערוך זאל
זיין א געמישעכץ פון דאס פארבליבענע עסן און די חסיד'ישע רייזנדע.
צו רייניגן
וועט מען שוין ארויפשיקן אפאר לעגווארדיע חולעראס...
האט א געשמאקע
רייזע און נעמט אייך מיט השפעות טובות.
ביטע אויספאלגען
די פארארדענונגען פון די עסקנים.
דער פליגער איז
ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער חסידים.
מען בעט מען
זאל זיך בשום אופן נישט אויפהייבן אויף די זיצן ווען דער רבי וועט וואונטשן לחיים.
בחורים וועלן
נישט ארויפגעלאזט ווערן אויפ’ן פליגער, עס איז צוגעגריייט געווארן פאר זיי גענוג
פלאץ אין די פעקלעך דעפארטמענט.
ביטע שטרענג
אפהיטן די גדרי הצניעות.
עס איז שטרענג
פארבאטן מיטצוברענגען סיי וועלכע פאטא אפאראטן אדער ווידיאו קאמערעס, די עסקנים
וועלן דאס צונעמען אויף אייער אייגענע אחריות.
זייט געווארנט:
מענטשן און קינדער מיט די פיאות אויפ’ן אויער וועט מען אנפעינטן די פנימ'ער.
די פיש איז
נתנדב געווארן דורך פאלקאוויטש'עס פיש געשעפט לע"נ אביהם.
בכבוד רב, הנהלת הקהילה.